LYRIC

THREE DANCES- Michoel Schnitzler- Composed by Pinky Weber- Di Neshume Flam

VERSE 1:
דער בעל שם טוב – שבת נעמט אויף
אלע אידן ביי זיין טיש
די תלמידים – די חסידים
,שטייען אלע ארום ביים טיש
אזא הייליגע פרייטאג צו נאכט
דער בעל שם טוב זיצט דארט פארטראכט
פּלוצלינג נעמט א יעדער אין אכט
הא הא דער בעל שם טוב האט זיך צולאכט

נישט נאר איין מאל – נישט נאר צוויי מאל
נאר אויף דריי מאל לאכט ער מיט פרייד
קיינער וואגט נישט – איבער האקט נישט
?פרעגן: רבי וואס איז דער באדייט
נאר מיט פּחד שטייט דארט יעדער אידעלע
ביי דעם זיסן שבת סעודה’לע
דער בעל שם זינגט זיך א לידעלע
טאנצט דארט ארום א רקידה’לע

ובכן צדיקים, יראו וישמחו, איי איי איי וישרים יעלוזו
.ובכן צדיקים, יראו וישמחו, וחסידים ברנה יגילו
יעדער פּאטשט, יעדער שפּרינגט – יעדער קלאטשט, יעדער זינגט – מיט גרויס התלהבות
מיט א ברען וואס עס פלאמט – זינגט מען דארט אזוי באטעם’ט – מזמור שיר ליום השבת

CHORUS 1:
דער שיינער שבת גייט פאראיבער
מיטן רבי’ן מיטן ציבור
ממש יום שבתון אין לשכוח
.יעדער חסיד מיט די קינדער שפּירן זיך דערהויבן גאר הויך
אָן געדולד א יעדער ווארט
אין בית המדרש איינגעשפּארט
ווען וועט שוין דער רבי זאגן פּשט
פארוואס האט ער געלאכט דעם שבת ביי זיין הייליגן טיש, און אזא הנאה געהאט

מוצאי שבת נאך הבדלה
הייסט ער אט דעם בעל עגלה
אנצוגרייטן שנעלער דעם פיאקער
.קומט מיט מיר וועט איר פארשטיין דעם פּשט גאר געשמאקער
מיט חסידים מיט תלמידים
פארט דער צדיק מיט א תפלה
צום באשעפער בעט ער א געבעט’עלע
מיט קפיצת הדרך קומט מען אָן שנעל דארט אהין, אין א קליין שטעטעלע

ובכן צדיקים, יראו וישמחו, איי איי איי וישרים יעלוזו
.ובכן צדיקים, יראו וישמחו, וחסידים ברנה יגילו
יעדער פאטשט, יעדער שפרינגט – יעדער קלאטשט, יעדער זינגט – מיט גרויס התלהבות
מיט א ברען, וואס עס פלאמט – זינגט מען דארט אזוי באטעם’ט – מזמור שיר ליום השבת

VERSE 2:
א קליינע הייזקע – שווארץ און ווייס’קע
דער בעל שם גייט נענטער צו איר
די טיר ער כאפּט אן – און ער קלאפּט אן
,א אידעלע עפענט די טיר
דער איד הייסט רבי שבתי’לע בינדער
עלענד דאס הויז אָן קינדער
דער בעל שם זאגט “שבתי אצינד’ער
“דערצייל אונז די מעשה געשווינד’ער

דערציילט מיט וואונדער – איך בין א בינדער
אלעמאל געווען א רייכער
אבער ליידער – איז כסדר
,די פּרנסה שוואכער און שוואכער
דער שבת טיש זעט אויס אזוי שלעכט
נישטא אויף חלות, וויין קיין לעכט
אפילו ס’איז אין שטוב א גהינום
האב איך באשלאסן נישט צו נעמען פון יענעם

די וואך שבת – מיין ווייב איז
בשמחה מיך מקבל פנים
די טיש געדעקט – די חלות שמעקט
פיש, פלייש מבעוד יום מוכנים
?פארוואס האסטו געבארגט ביי שכנים
אה אה כ’האב נישט גענומען פון קיינעם
די שטוב איך האב געמאכט א ריינעם
.און געטראפן א דיימאנד א שיינעם
דער דיימאנד פארקויפט פאר גוט געלט
דעם שיינעם שבת צוגעשטעלט
לעכט, חלות פיינע וויין
איי איי לאמיר אלע פרייליך זיין

און פאר שמחה האבן מיר – גענומען טאנצן מזמור שיר – מזמור שיר ליום השבת
נישט נאר איינמאל – נישט נאר צוויי מאל – נאר אויף דריי מאל אויף איינמאל
,ארום געטאנצט לכבוד שבת
ובכן צדיקים, יראו וישמחו, איי איי איי וישרים יעלוזו
ובכן צדיקים, יראו וישמחו, וחסידים ברנה יגילו

CHORUS 2:
יעצט פארשטייט איר פּשט אינגאנצן
אז ווען ר’ שבתי האט געטאנצן
האב איך געלאכט ווייל ס’האט געמאכט א טומל
.ווייל די מלאכים האבן מיט אים מיט געטאנצן אויבן אין הימל
אוי שבתי’לע און דערפאר
האט מען באשלאסן געבן שכר
יעצט וואס דו בעטסט מבטיח איך בין דיר
רבי רבי ווייסטו דען נישט ביי מיר איז ליידיג דאס הויז, איך האב נאכנישט קיין קינדער

שבתי’לע איך זאג דיר קלאר
אז דו וועסט האבן ביז א יאר
א קינד וואס וועט באלייכטן איבעראל
דו זאלסט נאך מיר דאס קינד א נאמען געבן ויקרא שמו ישראל
,איי איי איי איי
סימן טוב ומזל טוב
א קינד געבוירן א יאר דערויף
ר’ שבתי איז שוין פרייליך נישט פאר’דאגה’ט
דאס קינד איז אויסגעוואקסן דער גרויסער און הייליגער צדיק
דער קאזשניץ’ער מגיד